A Yidishe Neshuma

A Yidishe Neshuma

Yosef Moshe Kahana

Альбом: A Yiddishe Mamme
Длительность: 5:14
Год: 2016
Скачать MP3

Текст песни

אויסגעשניצט,
פון ריין קריסטאל,
א לויטער פלאם,
פון זונען-שטראל,
אייביג איז זי,
א חי נצחי,
א חלק אלֹקַ ממעל,
און גענוי,
ווי איר יוצר אזוי,
פארמאגט כוחות אֵין סוף,
א ג-ט'ליך קוואל.

זי איז א נפש מישראל,
איר טייערע ווערד פאלט קיינמאל,
זי קען לייכטן,
און דערגרייכן,
ווייט און הויעך אן קיין שיעור,
העולם כולו,
נברא בשבילו,
די גאנצע וועלט קען שטיין אויף איר.

דעם אייבערשטן'ס א קינד אין דיינע הענט,
אפהיטן איר קיין צווייטער קען,
באגלייבט ביסטו – מאמע אליין,
איר טיפקייט נאר דו טוסט פארשטיין.

פון כסא הכבוד אויסגעקריצט,
פלעג איר, היט איר, איר פלאם באשיץ,
דיר פארטרויט, זיין בריליאנט שטיין,
מאמע'ניו! האלט איר ריין.

מיט יעדע קינד,
אן אוצר זי געווינט,
איר כח זי ניצט,
אויף זיי זי שיצט .
ווי בריליאנטן שיין,
לעכטיג און ריין,
איינגעקריצט אין איר קרוין .
מיט יעדע בריליאנט,
נאכמער עס שיינט,
ס'בלייבט אויף אייביג, איר קרוין.

ווען מען האט עס נישט,
וויפל גיסט מען טרערן,
כאטש מיט איין בריליאנט,
זאל מען איר באשערן .
אוי מאמעניו,
אם הבנים שמחה,
די נשמות זענען דיין גרעסטע לוין,
דער ריווח בלייבט,
פילפאכיג שטייגט,
ס'בלייבט אויף אייביג, דיין קרוין.

דעם אייבערשטן'ס א קינד אין דיינע הענט,
אפהיטן איר קיין צווייטער קען,
באגלייבט ביסטו – מאמע אליין,
איר טיפקייט נאר דו טוסט פארשטיין.

בנאמנות פיר דיין תפקיד אויס,
אויף דיר דער צוקונפט קוקט ארויס,
באגלייבט איז ער אויך, ונאמן הוא,
די שכר באהאלט ער פאר דיין מיה.